נאַציאַנאַלע מינאָריטעטן און מינאָריטעט-שפּראַכן

עס זײַנען דאָ פֿינף נאַציאָנאַלע מינאָריטעט-שפּראַכן אין שװעדן. דאָס געזעץ װעגן מינאָריטעטן און מינאָריטעט-שפּראַכן באַשיצט די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און די מינאָריטעט-שפֹראַכן װען עס קומט צו באַשטעטיקן זײערע מיגלעכקײטן און רעכט צו השפּעה.

די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און די שפּראַכן זײַנען:

· ייִדן (ייִדיש)

· ראָמען (ראָמאַני טשיב)

· סאַמי (סאַמיש)

· שװעדיש-פֿינלענדער (פֿיניש)

· טאָרנעטאָלער (מיענקיעלי)

 

דאָס געזעץ דערקלערט אַז די קאָמונע זאָל:

· אינפֿאָרמירן די מינאָריטעטן װעגן דעם געזעץ

· געבן אַ מיגלעכקײט צו האָבן אַ השפּעה און אַרבעטן צוזאַמען מיט פֿאַרטרעטערס פֿון די מינאָריטעטן

· באַשיצן/אָפּהיטן די קולטורן און שפּראַכן פֿון די מינאָריטעטן, בפֿרט װען עס קומט צו קינדער

· באַדינען אײַנװוינערס און אָנבאָטן מלוכישע קאָנטראַקטן אין גאַנצן אָדער צום טײל אויף פֿיניש װען עמעצער נײטיקט זיך אין דעם, און אויף די אַנדערע שפּראַכן װען עס זײַנען דאָ אַרבעט-נעמערס װעלכע זײַנען קענטיק אין די שפּראַכן

· אָנבאָטן קינדערגערטנער און געריאַטרישן פֿאַרזאָרג אויף סאַמיש און פֿיניש װען עמעצער נײטיקט זיך אין דעם

דאָס געזעץ אויף ייִדיש

די רעגירונג האָט צונויפֿגעשטעלט אַ בלאַט מיט אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם געזעץ װעגן מינאָריטעטן און מינאָריטעט-שפּראַכן און װי אַזוי עס װירקט אויף די פֿאַרשײדענע מינאָריטעטן.

מיניאריטעט רעכטן ווערן פארשטערקער (jiddisch)

Uppdaterad 23 november 2020

Var informationen till din hjälp?