Till startsidan för Huddinge kommunTill startsidan för Huddinge kommun

Sidans innehåll

נאַציאַנאַלע מינאָריטעטן און מינאָריטעט-שפּראַכן

עס זײַנען דאָ פֿינף נאַציאָנאַלע מינאָריטעט-שפּראַכן אין שװעדן. דאָס געזעץ װעגן מינאָריטעטן און מינאָריטעט-שפּראַכן באַשיצט די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און די מינאָריטעט-שפֹראַכן װען עס קומט צו באַשטעטיקן זײערע מיגלעכקײטן און רעכט צו השפּעה.

די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און די שפּראַכן זײַנען:

· ייִדן (ייִדיש)

· ראָמען (ראָמאַני טשיב)

· סאַמי (סאַמיש)

· שװעדיש-פֿינלענדער (פֿיניש)

· טאָרנעטאָלער (מיענקיעלי)

דאָס געזעץ דערקלערט אַז די קאָמונע זאָל:

· אינפֿאָרמירן די מינאָריטעטן װעגן דעם געזעץ

· געבן אַ מיגלעכקײט צו האָבן אַ השפּעה און אַרבעטן צוזאַמען מיט פֿאַרטרעטערס פֿון די מינאָריטעטן

· באַשיצן/אָפּהיטן די קולטורן און שפּראַכן פֿון די מינאָריטעטן, בפֿרט װען עס קומט צו קינדער

· באַדינען אײַנװוינערס און אָנבאָטן מלוכישע קאָנטראַקטן אין גאַנצן אָדער צום טײל אויף פֿיניש װען עמעצער נײטיקט זיך אין דעם, און אויף די אַנדערע שפּראַכן װען עס זײַנען דאָ אַרבעט-נעמערס װעלכע זײַנען קענטיק אין די שפּראַכן

· אָנבאָטן קינדערגערטנער און געריאַטרישן פֿאַרזאָרג אויף סאַמיש און פֿיניש װען עמעצער נײטיקט זיך אין דעם

Uppdaterad:

Var informationen till din hjälp?